Översättningar av Hanna Rajs och Gabriel Itkes-Sznap

בױמגלײך גבריאל איטקעסשנאַפּ

בלױ אָקטאָבער
קאַרשנבײמער בליִען
דער רב דאַװענט יזכּר
און דערצײלט
אַז עס איז געװען
אַ שׂימחת בת
אָנגעטראָפֿן
אינעם פּיצבורגער שול
אַ צװילינג
שטעלט מען פֿאָר
אַז דאָס געשרײ איז געקומען
אַלעמען
זאָלן שטאַרבן
אײדער האָבן
די קינדער געפֿרעגט
צי דער שאָקאָלאַד
אינעם טערמאָספֿלאַש
האָט געקאָנט אָנװאַרעמען מחשבֿות
ברעזע־האַרץ, האָב איך געשריבן
אָבער ס׳איז אַ טעות
װײַל די ברעזע
אױסער קיכפֿענצטער
האָט פֿאַרפּלאָנטערטע האָר
אָבער האָר װי
אױף אַ באַשטראָלטע
מיר פֿאָרן מיטן ראָװער
פּאַזע קאַטאַרינענגאַס
די קינדער כאַפּט אַ קיק
אױפֿן „לאַ מאַנאָ“
און רעדן דערנאָך
װעגן אַ ריזיקן האַנט
װאָס פֿאַרװאַנדלט
אַלץ אין שטײן
און דערמאָנען זיך די ציגן
פֿון אַ מאָל
אַזױ
איז דאָס געלע
און דאָס רױטע
עס איז פֿאַראַן
װײַל דאָס גרינע
פֿליט
װײַל די בײמער
זשאַלעװען זיך אַלײן
אינעװײניק פֿון
אַ קאָפּ
גײט אַ דו
װאָס פּלוצעם
אין שאָטן
דעמאָנט זיך די שאָטנס
װעלכע גײען
װעלכע זײַנען אין פּאַרק
לױפֿן
אַװעק פֿון זיך אַלײן
מאַכן שפּאַס
מיט זײַנע
שאָטנס
פֿאַרמעסטן זיך קעגן זײ
כאָטש זײ זײַנען אײן

אָנגערירט און איבערגעראַשט חנה רײַז

נאָר אַ גױ׳ז איבערגעראַשט
אַ מיניסטער איבערגעראַשט
לערער איבערגעראַשט
איך בין ניט איבערגעראַשט
ביסטו איבערגעראַשט?
נאָר אַ גױ׳ז איבערגעראַשט
אַ חבֿר איז איבערגעראַשט
פּאָליצײ׳ז איבערגעראַשט
דײַן מאַמע איבערגעראַשט
איך בין ניט איבערגעראַשט
ביסטו איבערגעראַשט?
נאָר אַ גױ׳ז איבערגעראַשט
אַ טאַטע איבערגעראַשט
זשורנאַליסט איבערגעראַשט
קענסטו זיך פֿאָרשטעלן
יאָ אװדאי קען איך זיך פֿאָרשטעלן
אָדער נײן
איך דאַרף זיך ניט פֿאָרשטעלן

אחי, כ׳האָב מסוכּן ליב סערביש חנה רײַז

אחי, כ׳האָב מסוכּן ליב סערביש
איך קענ׳ס ניט רעדן
כאָטש די מאַמע־לשון־לעקציִעס
װעלכע דו און איך האָבן זיך פֿאַרװײַלט
נאָך דער שולע זיך צו באַטײליקן
די אײנציקע אין דער גאָרער שולע
אָבער, אַ דאַנק פֿאַר די קאַראַמעלקעס
מאַמע זאָגט נאַראַװנאָ אין צעלקע
און אונדז טשעקײַ אַז מיר איר שטערן
בשעת זי רעדט
מאַמע
אַז זי רעדט מיט מיר אין צעלקע
רעדט זי שװעדיש און ס׳איז
װינציקסטנס דרײַ מאָל איך דערמאָן זיך דעם שמועס
דערדאָזיקער מאָל פֿאָר איך אַהײם נאָך אַ זיצונג
און הער גאָראַן ברעגאָװיטש
און װײנט צום הימל
רבונו של עולם, גיב אַנשטאָט מיר ראַק
שלעכטע נײַעס דעם יום כּיפּור
איך פֿרעג זיך צי זי האָט שױן גערעדט מיט באָבע־זײדע
עס פֿילט זיך מער אומיִושרדיק יעדן מאָל
שלעכטע נײַעס דעם יום כּיפּור
פֿאַר דער משפּחה און פֿאַר דער גרױסער װעלט
אַ טעראָריסטישער אַקט אױסער אַ שול אין דײַטשלאַנד
טערקײַ באַפֿאַלט ראָזשאַװאַ
שלעכטע נײַעס דעם יום כּיפּור
איך פֿרעג זיך צי זי האָט שױן גערעדט מיט דיר
דאָרט װוּ דו ביסט אױף דער אַנדערער זײַט אײראָפּע
און לאַכסט און האָט הנאה פֿון דײַן יוגנט
און געפֿינסט ליבע אױף שפּאַניש
איך זיץ אין מײַן צימער אין דער פֿרי
טרינק קאַװע און װאַסער און קוק אױפֿן קאָמפּיִוטער
דען פֿילט עס זיך מיר אַ קעלט אין האַרץ
אָבער איך װײס ניט פֿון װאַנען די קעלט שטאַמט
עס פֿילט זיך אַז עס קומט פֿון אומעטום

Leave a Reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *